Till innehåll på sidan

Om MSB på Jiddisch

די מלוכישע אַדמיניסטראַציע פֿאַר דער געזעלשאַפֿטלעכער באַשיצונג און גרײטקײט, עם־עס־בע (MSB), טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דעם, װאָס די געזעלשאַפֿט זאָל זײַן גרײט װען ס'קומט צו אַװאַריעס, קריזיסן, און קאָנסעקװענצן פֿון מלחמות. אַ גענעראַל־סעקרעטאַר, נאָמינירט פֿון דער רעגירונג, פֿירט זיך אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע װאָס האָט בערך 1000 מיטאַרבעטערס אין קאַרלסטאַד, קריסטינעהאַמן, שטאָקהאָלם, סאַנדאָ, רעװינגע און ראָסערסבערג.

עם־עס־בע אַרבעט, בפֿרט, מיט שיסערײ, פֿאַרהיטן אַװאַריעס, זײַן גרײט אויף קריזיסן, ציֹװילשיץ, קיבערבאַשיצונג און זיכערע קאָמוניקאַציעס. מיר באַגײן זיך אויך מיט קריזיסן אין גאַנג און דורכפֿירן אינטערנאַציאָנאַלע אינטערװענצן. עם־עס־בע דיזשונירט טאָג װי נאַכט, אַלע טעג פֿונעם יאָר, כּדי צו קענען עפּעס טאָן װעגן ערנסטע געשעענישן אין שװעדן אָדער אין אויסלאַנד.

מיר נײטיקן זיך אין אַנדערע מענטשן כּדי זיך צו הצלחהדיק דורכפֿירן מיט אונדזערע אויפֿגאַבעס – קאָמונעס, קאַונטיס, קאַונטי־אַדמיניסטראַציעס, מלוכישע אינסטאַנצן, אָרגאַניזאַציעס און אינדיװידן – זײ טראָגן אַלע דאָס אַחריות פֿאַר זײערע אויפֿגאַבעס און מיר שטיצן זײ װאָס נײטיקט זיך אין שטיץ. דאָס הײסט אויסבילדונגען, געניטונגען, געבן עצות, כּללים און פֿינאַנציעלן שטיץ.

עם־עס־בע האָט פֿאָקוס אויף פֿאַרקלענערן די געזעלשאַפֿטלעכע ריזיקעס און פֿאַרװוּנדלעכקײטן. דערפֿאַר, פֿאָרשן מיר אויס װאָס קענט יאָ געשען און גרײטן זיך אויף פֿאַרהיטן די דאָזיקע געשעענישן. מיר אַנטװיקלען, פֿאַרבעסערן, אָרגאַניזירן און פֿירן זיך אָן מיט דער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט צו באַגײן זיך מיט פֿאַקטישע סכּנות. מיר קריגן אַ װיכטיקן איבערקוק דורך, למשל, צוניפֿשטעלן רעפּאָרטן װעגן דער סיטואַציע אינעם לאַנד, ס'טרעפֿט זיך, אַז מיר נײטיקן זיך אין עקסטערן הילף פֿון למשל העליקאָפּטערס אָדער מבֿנים. אויב אַזוי, האָט עם־עס־בע פֿאַרשײדענע רעסורסן און צוטריט צו מאַטעריאַל און פּערסאָנאַל.

עם־עס־בע פֿירט זיך אָן מיט אינטערװענצן אַרום דער װעלט, כּדי צו ראַטעװען מענטשן און זײַן אַ שטיץ אין משך פֿון קריזיסן און מלחמות און אויך צו העלפֿן פֿאַרבעסערן אַנדערע לענדערס מעגלעכקײט צו פֿאַרהיטן קריזיסן.

טאָמער, װירקט אַ געשעעניש אויף אַ סך מענטשן. איז קאָמוניקאַציע זײער װיכטיק. מיר פּראָבירן צו דערצײלן אַזוי פֿיל מענטשן װי מעגלעך װעגן געשעענישן, דורך אונדזערע װעב־זײַטן און סאָציאַלע מעדיעס, און צו זײַן דאָ פֿאַר דער מעדיע. מיר האָבן אויך אַ נעץ צוזאַמען מיט אַנדערע מלוכישע אַדמיניסטראַציעס כּדי צו אַרבעטן צוזאַמען.

נאָך אַן אַװאַריע אָדער אַ קריזיס איז עס װיכטיק צו פֿאַרשטײן װאָס איז געשען, און צו לערנען זיך פֿון דעם. דערפֿאַר אַרבעט עמ־עס‏־בע למשל מיט פֿאָרשונג, סטאַטיסטיק און אָפּשאַצונגען.

Senast granskad: 29 juli 2019

Kontakta

När du skickar in formuläret kommer vi att behandla dina personuppgifter för att utföra den uppgift som formuläret avser. Tänk på att det du skickar in kan bli en allmän handling.

Till toppen av sidan